אגרות קודש
אגרת ט'תקכג
אייער בריוו פון ערב שבת קדש פ' זאת חקת התורה איז ערהאַלטן געוואָרן.
דער אויבערשטער זאָל דערפילן אייער האַרץ-פאַרלאַנג לטובה וועגן וועלכן איר שרייבט, איר זאָלט מצליח זיין אין לימוד התורה וקיום המצוות בהידור, דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, און עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדערן פון אייך און באַ אַלעמען צוזאַמען דער מאמר פון אונזערע חכמים ז"ל: יגעת – מען זאָל זיך אָנשטרענגען און האָרעווען, דאַן איז די הבטחה – ומצאת – איר וועט געפינען פיל הצלחה אין דעם אַלעם.
געוויס איז אייך באַקאַנט די פרשה פון י"ב-י"ג תמוז, די גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס דערמאָנט זיין מסירת נפש אויף אידישקייט בכלל און אויף חינוך על טהרת הקדש פאַר אידישע קינדער בפרט, ניט אָפּשרעקנדיג זיך פון קיינע שטערונגען. דאָס דאַרף אַרויסרופן אין יעדן איינעם אַ תוספת כוח און דערמוטיקונג אין לימוד התורה וקיום המצוות מיט מער און מער איבערגעבנקייט.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות אין אַלעם אויב[נ]געשריבענעם.
צו די תלמידים . . אַלפּערין שי': אגרת נוספת אליהם – לקמן ט'תקנב.
די פרשה פון י"ב-י"ג תמוז: ראה רשימת המאסר – לקו"ד ליקוט לד-לז (כרך ד תריא, ב ואילך). סה"ש תרפ"ז ע' 179 ואילך. ועוד.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כה
- מזהה
- rh-1radqj5g
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit