RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק כב

אגרת ח'שמו

ב"ה, אדר"ח אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

מתפללי בית הכנסת אנשי ליובאוויטש בעיר

פאסייעק,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה אהרן משה שי' באברויסקי, און האט אויך איבערגעשיקט אייער ביישטייערונג, אויף וועלכעס איז דא די קבלה.

און לויט דער סדרה פון היינטיגער וואך, וואס דער אנהויב פון איר איז, דער אנזאג פון השי"ת, וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב וגו' ווערט געבראכט אין מדרש (תרומה פ' ל"ה) דער מאמר אמר רשב"ל לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל המשכן, ובשבל בית המקדש.

"די וועלט איז ניט ווערט צו באנוצען זיך מיט גאלד, נאר סאיז באשאפען געווארען צו באנוצען זיך דערמיט פארן משכן און בית המקדש" -

דער רמז - מיין דערפון איז, אז ווען מען גיט זהב פאר ענינים פון תורה ומצות, בריינגט דאס אראפ זהב אין וועלט.

אזוי זאל אויך זיין צו יעדערן וואס גיבען תרומה אויף עניני צדקה, זאל צוקומען אין דער ברכה פון השי"ת אין דעם וואס מ'גיט און אין אלע זיינע ענינים בכלל.

בברכה לבשו"ט.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר