אגרת ג'צו
י"א כסלו, תשט"ו · ברוקלין.
... אין ענטפער אויף דיין שאלה, וועגען פארען לערנען אין דער ישיבה תומכי תמימים בארצות הברית. איז דאס ניט פארשטענדליך, וויבאלד השם יתברך האט דיך מזכה געווען און מצליח געווען און האט געמאכט דיך פאר א שליח צו אריין בריינגען חסידות צווישען די תלמידי הישיבה אין מאנשעסטער, וואס דורך דעם איז מען מקיים דעם רצון פון נשיאנו הק' אז יפוצו מעינותיך חוצה, איז וואס דארפמען און וואס איז דא נאך א בעסערע עבודה וואס מ'זאל וועלען אוועקפארען פון איר, און דעריבער דארפסט דו שטארקען זיך אין דער עבודה און טאן זי בשמחה ובטוב לבב, וואס דענסטמאל איז דאס בהצלחה אמיתית. און עס איז ידוע די הבטחה פון רבנו הזקן שעל ידי זה נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה, והשי"ת יצליחך.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק י
- מזהה
- rh-5bm6qq6e
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit