English
ספרייה

אגרת ח'תו

ל' ניסן, א' רח"א, ה'תשכ"ב · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, ל' ניסן, א' רח"א, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

נשי חב"ד סניף קראון-הייטס ובראנזוויל

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען איז דערהאלטן געווארן די ביישטייערונג פאר מעות חטים בעד אה"ק ת"ו מיט דער רשימה פון די חברות תחיינה.

השי"ת זאל העלפן אז דער זכות זאל אלעמען ביישטיין מיט זייערע בני בית שיחיו אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, און אזוי ווי מצוה גוררת מצוה זאל די מצוה פון מעות חטים צוגעבן נייע כוחות אנצוגיין מיט דער טעטיקייט פון נשי חב"ד אין א וואקסנדער מאס אין אלע געביטן.

עס איז מערערע מאל אונטערשטראכן געווארן, שריפטלעך און מינדלעך, און ספעציעל אויך אחרון של פסח צו דער סעודת משיח צדקנו, וועגן דער אחריות און גרויסן זכות פון אידישע פרויען, ניט נאר צו זיך און די בני-בית שיחיו, נאר אויך צום כלל ישראל. נשי חב"ד בפרט האבן דערצו א באזונדערע אויפגאבע און פליכט צו באלייכטן דעם גאנצן ארום מיט דער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון חסידות, דרכי החסידות און מדות חסידותיות.

דער אויבערשטער זאל אלעמען, און יעדער איינער בפרט, באגליקן במדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה כמה פעמים ככה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה.

במדתו: פס"ז שמות ג, ו.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-854hxmpk

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8406