English
ספרייה

אגרת ד'תתיג

ו' מ"ח, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, ו' מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכע איר שרייבט וועגען דער תקנה פון זאגען תהלים נאכן דאוונען, פארוואס זאל מען ניט זאגען פארן דאוונען.

דאס זיינען צווי באזונדערע תקנות און צוויי פערשידענע סגולות און ענינים, - דאס זאגען תהלים פארן דאוונען, איז דאס א הכנה צום דאוונען, ושייך לתקון חצות, און דאס זאגען תהלים נאכן דאוונען, איז דאס א אפשלוס פון דעם דאוונען און א התחלה פון דעם סדר היום וואס קומט נאכן דאוונען, און די תקנה פון זאגען תהלים נאכן דאוונען, דוקא - איז דאס נאך פון קדמונים, און אין אונזער דור איז דאס באנייט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ווי ערקלערט אין פילע פון זיינע בריף און בפרט אין דעם קובץ מכתבים חוברת תהלים און אזוי אויך געדרוקט אין דעם תהלים אהל יוסף יצחק, וואס פון דארטען איז אויך פארשטענדליך די גרויסקייט פון דער זאך, און דעריבער איז יעדערער וואס קען נאר טאן וואס אין דעם, איז דאס זיין זכות וחוב קדוש זעהען איינפירען די תקנה אין יעדער ארט וואו ער קען נאר, וזכות הרבים תלוי בו.

איך האף אז איר אליין היט אפ די תקנה פון זאגען תהלים נאכן דאוונען און די אנדערע תקנות פון לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך, זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי וכו', און אויך די תקנה פון לערנען יעדער טאג דעם שיעור תניא, ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די טעג פון יאר, ווי ערקלערט אין די אויבען דערמאנטע בריף, און אלענספאל זאלט איר אנהויבען דאס טאן פון איצטער אן און ווייטער, והשי"ת יצליחו.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

מו"ה רפאל: כהן, ירושלים.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8tw1dp7y

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4813