English
ספרייה

אגרת ד'תפ

כ"ה סיון, תשט"ז · ד' עליהם תחיינה

ב"ה, כ"ה סיון, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף לונדון

ד' עליהם תחיינה

ברכה ושלום!

נאך א לאנגען איבעררייס ביז איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ' סיון, חאטש עס וואונדערט וואס געשריבען אזוי קורץ, און אויך ניט קיינע פרטים ווי עס איז אויסגעניצט געווארען דער ל"ג בעומר און יום טוב שבועות וכו', און דער עיקר וועגען פלענער ווי צו אויסניצען די זומער חדשים, וואס די קינדער זיינען דענסטמאל פריי פון אנדערע לימודים, און די גוטע השפעה וואס זיי באקומען דענסטמאל ווערט ניט געשטערט פון די אנדערע זאכען, און אויך וועגען אנדערע פאסענדע פלענער פאר ארבעט אין די זומער מאנאטען פאר די וועלכע טרעפען זיך אויף די דאטשעס מיט די געקומענע פון פילע ערטער, וואס א גוטע איינווירקונג אויף זיי. אין דעם זין פון פארשטארקען אידישקייט, וואס דאס איז דער ציעל פון אגודת נשי ובנות חב"ד - קומט אן די גוטע ווירקונג אין מערערע ערטער אויף אמאל.

גלייכצייטיג, און זיכער וועט השם יתברך בענטשן די אלע באטייליגטע אין דער ארבעט פון אגודת נשי ובנות חב"ד בכלל און אין דאס אויבען געזאגטע בפרט מיט א גוטען זומער שטארקונג אין געזונט און הצלחה אין דער ארבעט.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-hfr3pt0y

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4480