English
ספרייה

אגרת ג'רמז

ב' שבט, תשט"ו · ברוקלין.

ב"ה, ב' שבט, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ו טבת, דאס וואס איר שרייבט וועגען אייער מצב אין עבודה און דעם עבר, איז דאך באוואוסט וואס די תורה דערציילט אז השי"ת האט געגעבען יעדערן כחות וועלכע זיינען גענוגענד צו איינקערען זיך מיט זיין יצר הרע און מנצח זיין עם, מען דארף נאר זיין זיכער בא זיך אז אנדערש קען ניט זיין, און אז מען טוט דאס מיט דער הילף פון השי"ת ניט מיט אייגענע כחות, און דענסטמאל ווערט די מלחמה מיט עם גרינגער און מען איז עם מנצח.

זעלבסטפארשטענדליך אז צו יעדער זאך מוז מען האבען סייעתא דשמיא און אויך אין דעם פרט, און דעריבער דארפט איר זעהען צו אפהיטען די שלשת השיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחומש תהלים ותניא הידועים, און אויך געבען יעדער וואכען טאג א פאר פרוטות לצדקה פארן דאוונען, און השי"ת זאל העלפען איר זאלט אויפהערען צו הערען הסתה פון יצה"ר, "אז בא אייך איז א שפל'דיקער עבר און ניט קיין אויסגעהאלטענער [הוה], במילא וועט איר סיי ווי סיי ניט קענען ביישטיין". וואס דאס אלץ איז פון די שקרים פון דעם מלך זקן וכסיל, וועלכער קען ניט ביישטיין אין מלחמה מיט א אידען און בפרט מיט א חסיד.

א ברכה פון השי"ת דארף און קען זיין אין א הנהגה פון שלום, וואס דאס איז די כלי וועלכע איז מחזיק ברכתו של הקב"ה, און דעריבער דארפט איר זיך משתדל זיין מיט אלע כחות אז בא אייך זאל זיין שלום בית, און אפילו אויב אייך דוכט זיך אז איר זייט גערעכט, און אפילו ווען [דאס] איז טאקע אזוי, דארפמען דאס דורכפירען בדרכי נועם ודרכי שלום וואס דאס איז דער חוב פון א אידען און א חסיד בפרט צו זיין א מעביר על מדותיו, וואס דענסטמאל זעהט מען הצלחה אין אלץ.

והשי"ת יברך אותו ואת זוגתו תחי' ותמלא ימי הריונה כשורה ובנקל, ותלד זחו"ק בעתה ובזמנה כשורה ובקל.

בברכה המחכה לבשו"ט.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק י
מזהה
rh-m7bwayy1

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3247