RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק יג

אגרת ד'תערב

ב"ה, אדר"ח אלול, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ב מנ"א, און זיכער דארפמען אייך ניט אויפמערקזאם מאכען, אז דער ענין וועגען וועלכען איר שרייבט, קען בריינגען צו ענליכע פאדערונגען פון אנדערע, ד.ה. אז דאס וועט פיל פארגרעסערען די הוצאות פון די מוסדות. דאך מיין איך ניט צו זאגען א באשלוס אין דעם. און האב געשריבען וועגען דעם צו הרה"ג הרה"ח כו' הרבא"ג שי' אין פאריז, און האפענטלעך וועט איר שרייבען איצט צו עם, און האבען א ידיעה אין דעם.

עס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט ניט וועגען דער ארבעט פון די נשי ובנות חב"ד אין אייער שטאט. וואס אויב אין אלע צייטען איז דאס געווען העכסט וויכטיג, איז דאס היינט נאך אין א פיל גרעסערער מאס. און בפרט צווישען די ספרדים, וואס בא זיי איז דער חינוך הבנות ונשים אין גאנצען א נייע זאך, אין דער צייט וואס וועלטליכע ידיעות און געגען - אידישקייט - קומט יע צו זיי דורך די עקאלס און צייטונגען און ענליכעס. און במילא קומט אויס אז די נעגאטיווע שעדליכע ידיעות באקומען זיי מער און מער, און פון אידישקייט, ליידער ביז איצטער, זייער שוואך און ווייניג איז געטאן געווארען פאר דעם. און עס איז דאך איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז אין דעם ריכטיגען אידישען חינוך פון די טעכטער, איז אפהיינגיג שפעטערדיקער שטעל פון הויז, און חינוך פון זייערע קינדער.

זעלבסט פארשטענדליך, אז איר קענט איבערגעבען דאס אויבען געזאגטע צו אלע נשי אנ"ש מיט וועלכע איר טרעפט זיך. און וואס מער פרויען עס וועלען אריינגעצויגען ווערען אין דער ארבעט - אלץ בעסער. ווארום - יעדערע קען בריינגען נוצען לויט אירע פעהיגקייטען און מעגליכקייטען, ווען עס וועט נאר זיין דער אמת'ר ווילען אין דעם. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען גוטעס אין דעם.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

א. קווינט

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר