English
ספרייה

אגרת ג'כא

י"ב מ"ח, תשט"ו · ברוקלין.

ב"ה, י"ב מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' לך.

איך בין פארוואונדערט געווארען לייענענדיק אין אייער בריף אז זייענדיק ברוסיא פון תרע"ה און געשטאנען אין פארבינדונג מיט אנ"ש, דאווענט איר נאך ניט - ווי עס ווייזט אויס פון אייער בריף - נוסח אר"י, אין דער צייט אז עס איז באוואוסט אז דאס איז איינע פון [די] צען זכותים וואס אדמו"ר רבנו הזקן האט גערעכענט דעם סידור נוסח אר"י, און במילא זעה איך ניט קיין ארט אויף ספיקות בנוגע דער הנהגה אין דעם אויף להבא, אז עס דארף זיין התפלה בנוסח אר"י.

אויף אייער פראגע וועגען לערנען פארן דאוונען, איז איינער פון די הכרחיות'דיקע לימודים דארף זיין דער לימוד החסידות און בנוגע דעם לערנען נגלה פארן דאוונען, זעהט אין דעם, לקוטי תורה דברים דף צ"ו ע"ב.

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו וואס יעדער נויטיגט זיך און זעלבסט פארשטענדליך אז בנוגע צו א שידוך פאר אייער זון שי' דארף מען טאן אין דעם ענערגיש און אז מען טוט איז השם יתברך מצליח.

בברכה לפרנסה ולהצלחה בהנ"ל.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק י
מזהה
rh-rw7zzfrq

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3021