English
ספרייה

אגרת ח'שעב

ערב שבת פ' ויקהל משה את כל עדת בני ישראל · ה' עליהם תחיינה

ב"ה, ערב שבת פ' ויקהל משה את כל עדת בני ישראל,

ה'תשכ"ב. ברוקלין, נ. י.

צו די באטייליגטע אין דעם נייענטן יערלעכן לאנטשאן פון

אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאנד, אהייא

ה' עליהם תחיינה

ברכה ושלום!

ס'איז באוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, דער גרינדער פון תורת חב"ד, אז מ'דארף לעבן מיט דער צייט, געמיינט מיט דער סדרה פון דער וואך, מיט די ענינים וועגן וועלכע זי דערציילט. מען קען און מ'דארף ארויסלערנען פון זיי - בנוגע צו פערזענליכער אויפפירונג און וואס מ'דארף טאן פאר זיך און פאר יענעם.

אין די סדרות פון די וואכן ווערט דערציילט און בפרטיות (מיט אלע איינצעלהייטן) ווי מען האט אנגעזאגט אלע אידן, מענער ווי פרויען, אז זיי זאלען אויפשטעלן א משכן וואס דאמאלס, זאגט דער אויבערשטער, וועט זיין ושכנתי בתוכם - איך וועל רוהען און זיין צווישען זיי און אין זיי.

איינע פון די אפלערנונגען פון דעם פאר אונז איצטער איז:

יעדע אידישע הויז דארף און מוז זיין אן אפשפיגלונג פון משכן, וואו עס רוהט די שכינה. - ושכנתי בתוכם - און אויף דעם זיינען אנגעזאגט געווארען כל עדת בני ישראל - אלע אידן און יעדער איד אין אלע דורות.

דאס איז דאך די אויפגאבע און ציעל פון אגודת נשי ובנות חב"ד, צו אריינטראגען אן יעדער אידישע הויז, אידישע ליכטיקייט און ווארימקייט, באזעלט מיט חסידות'שן געפיל און לעבעדיקייט, אזוי אז מ'זאל קענען מיט רעכט זאגן אז דאס איז א הויז וואו עס רוהט די שכינה.

איך שיק מיין ברכה און דריק אויס תפלתי (מיין געבעט) אז השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין דער אויבן געזאגטער ארבעט,

און זאלט געבענטשט ווערן מיט אייערע פאמיליעס שליט"א מיט אלעס נויטיגען בגשם וברוח - מאטעריעל און גייסטיג.

בברכה צו גוטע בשורות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-sex69m1s

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8372