אגרת ח'שמט
ד' אד"ר, תשכ"ב · מו"ה יעקב שי' הכהן
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' אדר א' מיט דאס בייגעלייגטע.
בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייער מוטער תחי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.
און ווי איר וועט באשליסען זאל דאס זיין צום גוטען בטוב הנראה והנגלה.
ובכלל אין ענינים וואו עס רעט זיך וועגען איבערפארען פון איין ארט אין דעם אנדערן און אין אזא עלטער, איז אויב ס'איז פראן א ספק, איז שב ואל תעשה, בעסער.
אזוי ווי היינטיגע וואך פרשת תרומה, הויבט מען אן לייענען אין דער תורה וועגען בנין המשכן (וכמאמר חז"ל מקדש גם כן איקרי משכן) וואס לכאורה, איז דאך נוגע להקב"ה, די נשמה און איר עבודה, איז צו וואס דארפמען די אלע 13 אדער 15 זאכען צום אויפשטעלן פון משכן, מ'האט דאך געקענט לערנען תורה און דאוונען מיט גרויס כוונה אויך אין גאר געוויינליכע הויז, אדער אין א חצר. און על דרך זה אויך הקרבת הקרבנות, וואס האט דאך געקאנט זיין בבמה, א ארט אין מיטען פעלד אדער אין שטאט, אן בנינים ארום דעם.
זעהט מען אבער פון דער סדרה, אז הקב"ה וויל, אז מען זאל געבען זהב כסף ונחשת וגו' און פון דעם זאלן מאכען א כלי לו ית' און דארטען זאל מען דאוונען, שתפלות במקום קרבנות, און אזוי אויך דער לימוד התורה, וואס איז דער קדשי קדשים [וואס דארטען איז דאך ניט מער ווי ארון ולוחות וספר תורה].
און פון דעם איז א אפלערנונג אויף אלע צייטען, אז השם יתברך דארף געבן און גיט אידען זהב וכסף וכו' אום זיי זאלען אויספירען זיין רצון הפנימי, אז דוקא בתחתונים זאל זיין דירה לו ית'.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-xr8m27qy
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit