English
ספרייה

אגרת ח'תכו

ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צו די גראדואירנדע שילערינס פון בית-רבקה עלעמענטראר-

שולע מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בקשה - אין צוזאמענהאנג מיט דער ערשטער גראדואירונג פון דער עלעמנטאר-שולע פון בית-רבקה אין מאנטרעאל - האט כ"ק אדמו"ר שליט"א באוויליקט צו שיקן אייך דעם בייגעלעגטן אויסצוג פאר אייער יאר-בוך.

גלייכצייטיק האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט די אינערלעכע האפנונג, אז די גראדואירנדע שילערינס וועלן זיין שטענדיק באוואוסטזיניק וועגן זייער פליכט און פאראנטווארטלעכקייט אלס שילערינס פון בית-רבקה, ספעציעל אלס די ערשטע גראדואירט צו ווערן, צו דינען אלס א לעבעדיקער און אינספירירנדער מוסטער ווי אידישע טעכטער, טעכטער פון אונזערע מוטערס שרה רבקה רחל און לאה, דארפן זיך פירן אין טאג-טעגלעכן לעבן; א לעבן אין אמת'ן און פולן זין פון דעם ווארט, וואס דאס מיינט לעבן על פי תורה, תורת חיים, און אירע מצוות - וחי בהם.

צוזאמען דערמיט שיקט אייך דער רבי שליט"א ברכתו הק' מצליח צו זיין אין דער פולסטער מאס, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת מועדים לשמחה ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-xw3y9k3z

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8426