English
ספרייה

אגרת ו'רנב

י"ז אייר, תשי"ח · ברוקלין

ב"ה, י"ז אייר, תשי"ח

ברוקלין

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /6;5amp& אין וועלכען איר שרייבט וועגען אדאפטירען א קינד פון א ניט אידישע סקול מיידעל, און פארלאזין זיך אויף קטן שמגיירין אותו על דעת בית דין.

חס ושלום צו טראכטען וועגען אזא זאך, און אויב בא אייך און אייער פרוי תחי' איז באשלאסען צו אדאפטירען א קינד, דארף דאס זיין דוקא פון אידישע מאן און פרוי, און וועלכע איז געבארען בכשרות, און בא א געהעריגע מיהע קען מען דאס געפינען, און אויך ווען איר וועט דאס זוכען אין צפון אפריקה בא אחינו בנ"י הספרדים, וואס דארטען זיינען אלע ערליכע אידען, און אן עין הרע גרויסע משפחות, און דער מצב הפרנסה איז דארטען זייער בדוחק.

איר שרייבט ניט וועגען דעם צושטאנד אין אייער הויז בנוגע צו תורה ומצות, אבער לויט דער אנווייזונג פון תורתינו הק', אז מען דארף שטענדיג צוגעבען אין גוטעס, איז דאך אויף וויפיל דער מצב זאל זיין גוט איז דא שטענדיג ארט אויף צו-צוגעבען, און השי"ת איז א בטוח צוגעבען נאך מער ברכה והצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך בתוך כלל ישראל.

געוויס וויסט איר פון דער תקנה צו זאגען דעם שיעור תהלים חדשי - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - יעדער אין דער פריה נאך דאוונען, און אייער פרוי ווייסט אויך פון דעם מנהג הטוב של בנות ישראל הכשרות, צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב. און אלענספאל וועט איר טאן אזוי פון איצטער אן און וויטער.

בברכה לבשו"ט.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-faxdpw8e

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6252