English
ספרייה

אגרת ו'קצט

כ"ח ניסן, תשי"ח · ברוקלין

ב"ה, כ"ח ניסן, תשי"ח

ברוקלין

שלום וברכה!

מיט גרויס איבער'רעש'ונג האב איך באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען מיין פארשלאג, אז אייער זון... שי' זאלען פארען אין מיינע א שליחות אין... און איר שטעלט זיך אין אייער בריף שטארק געגען דעם.

מיין איבער'רעש'ונג איז פון דעם, וואס איך האב גערעכענט, אז איר דארפט וועלען, דאס וואס בעסער איז פאר זייער איינארדענונג, און איר שרייבט אלץ אין אייער בריף, וואס איר רעכינט וואס איז בעסער פאר אייך!

פאר מיר איז געווען א איבער'רעש'ונג נאך א גרעסערע ווען עס זיינען געווען בא מיר אייער זון הרב און זיין פרוי תחי' צו ריידין אויך וועגען דעם; וואס גערעכענט האב איך, אז ער איז מיינער א סאלדאט, און כ'קען עם געבען א שליחות אין... אבער ארויס געוויזען האט זיך, אז איידער ער באשליסט, דארף ער הערען וואס זאגט די מוטער און משפחה שיחיו, און זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס איז ניט קיין ארבעט פון א סאלדאט, צו פרעגען תנאים, וויפיל צייט, און דערנאך אנפרעגען בא דער משפחה זייער מיינונג אין דעם.

און דעריבער, צי איך צוריק אין גאנצען מיין פארשלאג, במילא האט איר ניט וואס שטורמען, און דארפט ניט שרייבען ווי דאס ווירקט אויפן געזונט, ווארום זעלבסט פארשטענדליך, וויל איך ניט אנרירען וועמען עס זאל ניט זיין אין געזונט.

און השם יתברך זאל העלפען זיי און אייך פיל הצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך, ויהי רצון אז דאס זאל זיין אמת'ע הצלחה בטוב הנראה והנגלה.

בברכה

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-0trpp1kw

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6199