English
ספרייה

אגרת ו'תסט

א' אלול, תשי"ח · ברוקלין.

ב"ה, א' אלול, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען דיין בריף פון ז"ך מנחם מיט דער גוטער בשורה, אז דו שטארקסט זיך צו אפהיטען די שיעורים פון חת"ת און אויך בנוגע די אנדערע ענינים וואס דו שרייבסט, און דער עיקר בהנוגע צום לערנען בהתמדה ושקידה, וואס אויף דעם שטייט גדול תלמוד שמביא לידי מעשה, דורך דעם קומט א שטארקונג אין אלע ענינים פון מצות, בפרט אין דעם וואס דו שרייבסט בנוגע לענין הזקן, איז דאך באוואוסט די הוראה פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק מיוסד על דברי הזהר הק' אין דעם (וכפירוש הצ"צ בפירושו על התהלים על הפסוק והוא רחום), אז דורך דער שמירה פון שערות הזקן איז מען ממשיך פון י"ג מדות הרחמים, וואס דאס איז רחמים רבים (עיין שם בהמילואים לפירוש יהל אור על התהלים).

וואס דו שרייבסט וועגען איבערקומען דעם ענין הידוע, איז באוואוסט די הוראה אין דעם, אז מען דארף זיך אנשטריינגען וואס ווייניגער טראכטען וועגען דעם אויך אפילו ניט וועגען דעם תיקון פון דער זאך, נאר אזוי ווי די מחשבה פון מענטשן איז דאך שטענדיק באשעפטיגט, דארפמען אריינטאן די מחשבה אין די ענינים וואס מען לערנט אדער מען טוט, אויך דארפמען די צדקה וואס מען גיט צוטיילען אויף מערערע מאל, און געבען דאס איז די זמנים מסוגלים (מהם אין די וואכען טעג פארן דאוונען אין דער פריה און פאר מנחה), און בכלל מרבה זיין אין אותיות התורה והתפלה און טאן בהשפעה בחנוך על טהרת הקדש, לויט דער איינשטעלונג, אבער אז דאס זאל ניט שטערן צו די סדרים פון דער ישיבה און אויך ניט צום געזונט. און השם יתברך זאל דיר העלפען צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע ובקרוב.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ajmakz4q

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6469