English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ו'תלה

ב"ה, ה' מנ"א, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה! אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון... שי'.

ווי איך נעם אן, איז די אמת'ע סיבה דאס וואס עם איז שווער צו זיין א גאנצען טאג אונטער השגחה, און זיין פארבונדען מיט א באשטימטען סדר, ווארום ווי עס זעהט אויס, האט ער דאס אין דערהיים ניט געהאט. דערפון איז פארשטענדליך אז מען דארף זעהן בדרכי נועם ובדרכי שלום, אז ער זאל זיך געפינען דארט ביז עס וועט זיך אנהויבען דער זמן הלימודים, און זיכער אז וואס אלץ ווייטער, וועט עם זיין גרינגער צוטרייען זיך און דאס קען האבן א דויערענדע ווירקונג אויף א גאנץ יאר, צו קענען צונעמען דיסציפלין און איינשטעלען זיך אין סדר, ניט נאר אין די שעות פון סקול, נאר אויך אין שטוב, וואס פאר א קינד איז דאס די וויכטיגסטע.

פסיכאלאגיש דארפמען אויך אננעמען, אז ער וועט וויסען אז מען האט באשלאסען אז ער דארף בלייבען דארטען, וועט ער אויך אפמאכען זיין מיינד צו בלייבען, דאגעגען, זעהט אויס פון אייער שרייבען, אז דורך טעלעפאנישע געשפרעכען האפט ער, באפרייען זיך פון דעם קעמפ און בכלל דיסציפלין.

וואס איר שרייבט וועגען די מעדיצינישע באהאנדלונג - וויבאלד דאס איז א נייע זאך, האפענטליך וועט מען דאס טאן מיט די העכסטע פארזיכטיקייט, ד.ה. אז דער טשעקין יעדע עטליכע טעג זאל דאס זיין דער מינימום פון "עטליכע" און ניט דער מאקסימום.

ויהי רצון אז בכל הנ"ל זאלט איר אנזאגען גוטע בשורות און צוזאמען מיט אייער פרוי תחי' געזונטערהייט והרחבת הדעת זאלט איר האבען אמת'ן נחת וואס דאס איז חסידושער נחת פון אייערע קינדער שיחיו.

בברכה לבשו"ט בכהנ"ל.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-znmcxacw

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6435