English
ספרייה

אגרת ו'שעה

ח' תמוז, תשי"ח · ברוקלין.

ב"ה, ח' תמוז, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגן דער באשעפטיקונג פון אייערע קינדער שיחיו און די שוועריקייטען פון שידוכים.

ס'איז זיכער אז די שוועריקייט, איז ניט פארבונדען מיט זייער באשעפטיגונג, און בפרט אז חקלאות אין כפר חב"ד, וועלכער איז געגרינדעט געוארען און ווערט אויך אנגעפירט דורך מיין שווער כ"ק אדמו"ר, איז דאס א צנור וכלי צו א צוגאב ברכה פון השם יתברך, נאר מעגליך אז אין די זאכען וואס מ'לייגט זיי פאר, שטעלען זיי זיך אויף ניט וויכטיגע זאכען, ווי באוואוסט, איז אין וועלט אין אלגעמיין ניט פראן קיין פאלקאמהייט, און דעריבער מוז מען זיך אפשטעלען אויף דעם עיקר, וואס דאס חשוב איז על פי תורה, און דענסטמאל העלפט השם יתברך, אז עס ווערט איינגעארדענט אויך די ענינים טפלים, און השם יתברך זאל העלפען אייערע קינדער הרחבת הפרנסה בדרך התורה און אין חקלאות ווי געזאגט אויבען, וועלכעס איז גאר א מעלה צו גוטע זיווגים בשעה טובה ומוצלחתו

געוויס האלט איר אן דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, און אלענספאל זאלט איר טאן אזוי פון איצטער אן און וויטער.

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-wzpbk655

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6375