English
ספרייה

אגרת ו'שטז

י"ז סיון, ה'תשי"ח · הוו"ח אי"א נו"נ כו' הרב דוד צבי שי'

ב"ה, י"ז סיון, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' הרב דוד צבי שי'

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז דעם קומענדיגען זונטאג וועט פארקומען די חנוכת הבית פון אייער שול, קאנגרעגיישאן אהבת תורה.

השם יתברך זאל העלפען די שול בארעכטיגען איר נאמען, ניט נאר אין די אינערלעכע אנגעלעגנהייטען ווי עס פאסט זיך פאר א כשר'ע שול און ג-טלעך הויז, נאר, וואס איז אויך ניט ווייניגער וויכטיג, אז די השפעה פון דער שול זאל זיך פילען אויף די מעמבערס און מתפללים ווען זיי גייען אויך ארויס פון שול. און אייגענטלעך איז דאך דער אמת'ער תכלית און כוונה פון א שול אז די דערנעענטערונג וואס א איד פילט צום באשעפער אין דער צייט פון דאווענען און לערנען זאל דורכדרינגען זיין טאג-טעגלעכען לעבען אויך אין דער צייט ווען ער איז באשעפטיגט אין ענינים פון פרנסה אד"ג צ אין אלעס און אומעטום זאל זיך פילען אהבת-תורה ויראת שמים.

און דאס איז אויך די אינערלעכע כוונה פון די ווערטער פון דער תורה וועלכע ווערען געלייענט דעם שבת, ערב דער חנוכת הבית צ על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו, אז סיי אין דער צייט פון מנוחה און סיי אין דער צייט פון ארומוואנדערען, ווען ער וואנדערט אויך אויס פון שול און געפינט זיך אין וועג צ זאל שטענדיג זיין על פי ה'.

איך האף אז עס זיינען זיכער דא שיעורי-לימוד אין שול, בפרט אויפן געביט פון די טאג-טעגלעכע ענינים וואס יעדער איד דארף זיין באקאנט מיט זיי.

בברכה צו אלע מתפללים און מעמבערס הם ובני ביתם ה' עליהם יחיו.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-nh3pp7ms

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6316