אגרות קודש
אגרת ו'תג
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק דוב שי'
שלום וברכה! דורך הרה"ג וו"ח אי"א נו"נ בעל מדות וכו' מו"ה יצחק דוב שי' אושפאל, איז מיר אנגעקומען א פ"נ בקשת ברכה פאר אייך און אייער פרוי שתחי'.
און בעת רצון וועט מען אייך ביידען מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דעם וואס איר ביידע נויטיגען זיך.
און דער זכות וואס איר באטייליגט זיך אין לימוד תורה ברבים וואס תלמוד תורה איז דאך פון די ענינים שאוכלים פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת, זאל אייך ביישטיין אין דעם וואס איר באדארפט.
הרב אושפאל שי' שרייבט מיר, אז איר שטאמט פון דאברא, לעבען ניקאלאיעוו, אינטערעסירט מיר צו וויסען, אויב איר האט וועלכע איז זכרונות פון יענער צייט, וואס ווי באוואוסט איז דאס איינע פון די אידישע קאלאניעס געגרינדעט דורך רבותנו נשיאנו, און פילע חסידים און קרובים האבען דארטען געלעבט דורך רבותנו נשיאנו, און פילע חסידים און קרובים האבען דארטען געלעבט און אויך דער רב איז געווען מיינער א קרוב.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יז
- מזהה
- rh-jvhenq8d
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit