English
ספרייה

אגרת ו'רכד

ה' אייר, תשי"ח · ברוקלין

ב"ה, ה' אייר, תשי"ח

ברוקלין

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ג ניסן און וואס איר שרייבט וועגען דעם ענין הועד וכו' איז דאך באוואוסט די פאדערונג פון רבותינו נשיאינו און בפרט פון אדמו"ר האמצעי אז מען דארף האבען לפחות איינעם מיט וועמען דורכריידין זיך, וואס דענסטמאל איז דאס צוויי נפה"א אויף איין נה"ב, וואס זיכער קומט מען דאן צו א גוטע החלטה א ריכטיגע, ובפרט אין א ענין וואס נוגע לרבים איז נאך מער פארשטענדליך, אז מען דארף אויפהערען און אויסמיידען שטעלען אויף זיך אליין.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף חאטש בקיצור נמרץ וועגען פעולות פון צעירי אגודת חב"ד, ויהי רצון אז עס זאל גיין באופן דמוסיף והולך, בהנוגע צו אייגענע ד' אמות און בהנוגע צום זולת, און בפרט געפינענדיג זיך צווישען זמן חירותנו (חירות פון מצרים דלעומת זה און אפילו פון מצרים דקדושה) און דער זמן פון מתן תורה, און ווי דער דיוק מתן, אז מ'גיט דאס במתנה, מ'דארף נאר מאכען די הכנה, דורך דעם וספרתם לכם, און ווי באוואוסט דער פירוש פון רבנו הזקן [...] וספרתם לכם מאכען ליכטיג.

בברכה לבשו"ט.

פון אדמו"ר האמצעי: ראה גם לעיל חט"ז אגרת ה'תתטו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'שכט.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-4m73xsmb

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6224