אגרת ז'ריט
יו"ד אדר, תש"כ · ברוקלין.
נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון יום ג' מיט דאס בייגעלייגטע,
און בעת רצון וועט מען אייך נאך אמאל מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.
אין ענטפער אויף אייער פראגע, וועגען וויין צו ארבע כוסות, ווען איר וועט ריידין מיט אייער דאקטאר, וועט ער אייך ערלויבען צו מאכען זאפט (דזיוס) פון געקאכטע גרייפס, און פרעגען עם, ווי איז בעסער מיט צוקער (זעלבסט פארשטענדליכעס פסח'דיקען צוקער) אדער אינגאנצען אן צוקער, אראנדזש דזיוס קומט גארניט אין באטראכט, צו נוצען דאס פאר ארבע כוסות.
וועגען די רפואות, וועלכע איר דארפט נוצען, דארפט איר בעטען דעם דאקטאר, ער זאל אייך אנשרייבען דעם רעצעפט, און אפשיקען דאס צו ד"ר זעליגסאן, לויטן אונטען אנגעגעבענעם אדרעס, און האפענטליך וועט ער קענען צוריכטען אויף א וועג עס זאל זיין כשר לפסח, און וואס פריער איר וועט דאס טאן, אלץ גרינגער וועט דאס אנקומען.
בברכה צו א פרייליכען פורים און געזונט.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יט
- מזהה
- rh-gdcd5pqh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit