English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תקג

ב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דע[ר] יערלעכער אונטערנעמונג פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו,

ה' עליהן תחיינה

אין ענטפער אויף דער מיטטיילונג וועגן דער בעפאָרשטייענדער אונטערנעמונג י"ג סיון הבע"ל,

יהי רצון, אַז די אונטערנעמונג זאָל מצליח זיין אין אַלע הינזיכטן און אויפן בעסטן אופן.

עס איז צו האָפן, אַז באַ דער דאָזיגער געלעגנהייט וועלן אַלע באַטייליגטע זיך אַריינטראַכטן אין דער לעבנס-וויכטיגע באַדייטונג פון די דאָזיגע מוסדות חינוך, ספּעציעל אין די היינטיגע צייטן און אומשטענדן. וואָרום אויב די אידישע טאָכטער, די צוקונפטיגע עקרת הבית, האָט שטענדיג פאַרנומען אַ העכסט-וויכטיגן אָרט אין אידישן לעבן, פאַרנעמט זי היינט אַ נאָך וויכטיגערן אָרט. וואָרום אין די היינטיגע צייטן, און אונטער איצטיגע אומשטענדן, זיינען פיל פליכטן אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פירונג פון דער הויז, גייסטיגן צושטאַנד פון דער אידישער היים, חינוך פון די קינדער, אד"ג, אין אַ באַדייטענדער מאָס אַריבער פון דעם בעל-הבית צו דער עקרת-הבית. און דאָס מיינט, אַז אידישע טעכטער מוזן היינט באַקומען אַ פיל ברייטערע און טיפערע צוגרייטונג ווי אין פריערדיגע דורות.

און דאָס איז אויך די אויפגאַבע פון'ם סעמינאַר ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד, בארצנו הקדושה ת"ו, וואָס איר האָט דעם זכות צו זיין פון די טוערינס און מיטהעלפערינס אין זייער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג.

דער גרויסער זכות פון דער דאָזיגער הייליגער אַרבעט זאָל אייך אַלעמען, מיט אייערע בני-בית שיחיו ביישטיין, השם יתברך זאָל אייך מצליח זיין אין אייער אַרבעט און אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-gj8xp07w

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9503