אגרות קודש
אגרת ט'תקלו
ערב שבת-נחמו, ה'תשכ"ח ברוקלין, נ.י.
איך האָב באַקומען אייער בריוו פון י"ט תמוז.
אַזוי ווי דער ענטפער ווערט געשריבן אין אַ מזל'דיגן טאָג, וואָס איז אַמאָל געווען איינער פון די פריילעכסטע טעג, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'),
ווינש איך אייך און אייער פרוי און בני בית שיחיו הצלחה אין אַלע אייערע ענינים, בפרט אַ פאַרבעסערונג אין פרנסה, און בעיקר צו דערציען יעדן און אַלע אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מתוך שמחה וטוב לבב.
און עס זאָל באַ אייך מקויים ווערן לפ[ום] צערא אגרא – וויבאַלד איר האָט געהאַט אונאָנגענעמלעכקייטן אין ביידע ענינים, זאָל אייך דער אויבערשטער פאַרגיטיגן כמה פעמים ככה, און איר זאָלט האָבן גוטע בשורות צו מבשר זיין.
און מיר זאָלן אַלע זוכה זיין בתוך כלל ישראל צו דעם מקויים ווערן פון דער נבואה פון דער הפטרה פון היינטיגן שבת-נחמו – נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, און די טעג פון בין המצרים זאָלן פאַרוואַנדלט ווערן לששון ולשמחה ולמועדים טובים.
עס ווערט דאָ אומגעקערט דער בריוו פון באַנק וכו' וואָס איר האָט צוג[ע]לייגט צו אייער בריוו. אויך איז דאָ בייגעלייגט אַ באַנקנאָט פון אַ קופה פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אַריינצולייגן אין זעלבער קאָנטא ווי פאָריגן מאָל און זאָל זיין מיט הצלחה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כה
- מזהה
- rh-w5j7pwsh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit