אגרות קודש
אגרת ו'קכ
צו די טשערלייט, עסקנים און אנטיילנעמער אין 16 -
יעריקער קאמפיין אונטערנעמונג פאר ישיבת תומכי-
תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל
צו דער געלעגנהייט פון אייער יערלעכן דינער-אונטערנעמונג וואס דארף פארקומען אי"ה דאנערשטאג, כ"א אדר, באגריס איך אלע טשערלייט, עסקנים און געסט ווי אויך אלע פריינד פון דער ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש - שליט"א.
מיר שטייען ערשט א וואך נאך פורים, און בא יעדן דארף נאך זיין פריש אין זכרון דאס וואס ער האט פון פורים געלערנט, און דאס דארף האבן א ווירקונג אויף דעם טאג-טעגליכן לעבן פון פרט און פון כלל.
איינע פון די וואונדערבארע ערציילונגען פון דעם מסירת-נפש פון די אידן אין דער צייט פון מרדכי און אסתר, איז אז ניט קוקענדיק אויף שווערע איבערלעבונגען פון דער שרעקלעכער גזירה, האט מרדכי דאן צונויפגעקליבן צוויי און צוואנציק טויזנט אידיש קינדערלאך און האט מיט זיי געלערנט תורה. און בזכות דעם האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דאס גאנצער אידישער פאלק איז געראטעוועט געווארען.
די מגילת אסתר, ווי די גאנצע תורה, איז אויף אייביק. וואס עס ווערט דארטן דערציילט האט א באדייטונג אין אלע ערטער און אין אלע צייטן.
דערפאר דארפן די טעג ספעציעל דערמאנען יעדן איינעם און יעדער איינער פון אונז, אויף ווי ווייט מען מוז זיך איבערגעבען מיט אלע כחות אויף געבן די מעגליכקייט צו אלע אידישע קינדער, זיי זאלן קאנען לערנען תורה על טהרת הקודש און ערצויגן צו ווערן צו קיום המצוות מיט מסירת נפש.
איך האף אז אלע אנוועזענדע אויף דעם דינער וועלען ארויסווייזן זייער גרויסן באוואוסטזיין פאר זייער הייליקער אויפגאבע, און וועלן מיט דער גרעסטער ברייטהארציקייט שטיצן די ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל, שטארקנדיק דורכדעם ממילא דעם קיום פון אידישן קיבוץ שיחיו אין מאנטרעאל בפרט און אין דער גאנצער וועלט בכלל.
און דער זכות פון דעם זאל ביישטיין יעדען איינעם פון אייך מיט אייערע בני בית שיחיו, געבענטשט צו ווערן פון השם יתברך בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-zbcpq7wz
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit