אגרת ה'תתמד
י"ד מ"ח תשי"ח · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט און דעם געזונט פון די קינדער שי', און איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף, איז שוין פיל בעסער.
וואס איר שרייבט אז איר ליידעט פון קאפ ווייטאג, שרייבט איר ניט די דיאגנאזע פון די דאקטוירים, און על פי רוב אין אזא פאל גיט מען פילען (כדורים) וועלכע רופן זיך Nicotinic Acid און אפשר איז כדאי צו פרעגען דעם דאקטאר ספעציעל וועגען דעם, און אפשר גיט שוין דאס.
אלענספאל, וואס שטארקער איר וועט זיין אין בטחון בהשם יתברך וועלכער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אלץ גיכער און בעסער וועט זיין דער געזונט, און בפרט בא די וועלכע האבען געזעהן די חסדים פון השם יתברך בגלוי פילע מאל, וועט זיכער השי"ת ממשיך זיין זיינע חסדים און וועט מצליח זיין אויך בעתיד.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-8jj472ry
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit