English
ספרייה

אגרת ו'קמב

כ"ט אדר, תשי"ח · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, כ"ט אדר, תשי"ח

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד אשר במאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

בנועם האב איך באקומען אייער בריף פון ז"ך אדר מיט דאס בייגעלייגטע ביישטייערונג מעות חטים פאר כפר חב"ד באה"ק ת"ו.

און השם יתברך זאל העלפען אז אייער ארבעט זאל האלטען אין שטייגען סיי בכמות און סיי באיכות, וואס זיכער וועט דורך דעם אויך צוגעגעבען ווערען אין די ברכות פון השם יתברך צו יעדער איינע און די חבירות מיט זייערע בני בית אין דעם וואס זיי נויטיגען זיך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,

און בפרט אז מיר געפינען זיך צווישען פורים און פסח, וואס דער נס פון פורים איז פארפאלקאמט געווארען דורך א אידישע טאכטער אסתר המלכה, און פסח איז אויך ווי די חז"ל זאגען אונז, די גאולה פון מצרים געווען בזכות נשים צדקניות, און עס שטייט געשריבען אז די לעצטע גאולה וועט זיין אויך אויפן זעלבען אופן ווי גאולת צרים, כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות,

איז געפינענדיק זיך איצטער אין דעם לעצטען דור פון פאר דער לעצטער גאולה, קענען און דארפען אידישע פרויען דורך זייער גוטער אידישער אויפפירונג, סיי אליין און סיי דורך איינווירקען אויך אויף אנדערע האבען דעם זכות צו זיין פון די וואס זאלען נעהנטער בריינגען די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב דורך משיח צדקנו.

בברכה צו א כשר'ן און פרייליכען פסח צו יעדער איינע פון די חבירות מיט זייערע בני בית שיחיו.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-71vqssh3

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6142