אגרות קודש
אגרת ו'רס
צו דער אינציאטיוו גרופע פון די פרויען קאמיטע לטובת
דעם בית ספר מקצועי לנערות און דעם סמינר למורות
אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ובראשה הרבנית
מיט צופרידענהייט האט איך געלייענט אייער בריף, אין וועלכען איר טיילט מיט, אז עס ארגאניזירט זיך אן אינציאטיוו גרופע אויף ארבעטען לטובת די אויבענדערמאנטע מוסדות, און מען איז שוין צוגעטראטען צו דער ארבעט בשעה טובה ומוצלחת.
איך האף אז עס וועט זיך אייך איינגעבען צו צוציהען צו אייער ארבעט א וואס ברייטערען קרייז און פארגרעסערען די אקטיוויטעטען וואס מער,
בכדי צו דערמעגליכען - אז ניט נאר זאלן די דערמאנטע העכסט וויכטיקע מוסדות קענען אנגיין מיט זייערע טעטיקייטען, נאר אז זיי זאלן זיך קאנען וואס מערער אויסברייטערען און ארייננעמען וואס מער תלמידות.
אנהויבענדיג די אויבענדערמאנטע ארבעט אין די ספירה טעג - די טעג פון צוגרייטונג צום יום טוב שבועות - דעם יום טוב פון קבלת התורה.
זאל דאס בריינגען א ספעציעלע הצלחה אין דער ארבעט פון העלפן צו גרייטען אידישע טעכטער בכלל, און לערערינס און ערציערענס אין א כשר'ן אידישן חינוך בפרט,
אידישע טעכטער וועלכע זאלן אלעמאל גרייט זיין צו פאלגען דעם רוף פון דעם אויבערשטען דורך משה רבינו: כה תאמר לבית יעקב וגו'.
בברכה אז השי"ת זאל העלפן אייך און אייערע מיטהעלפערינס תחיינה אין וואס זיי נייטיגען זיך בגשמיות וברוחניות, ובברכת הצלחה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יז
- מזהה
- rh-jxynj3ht
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit