אגרות קודש
אגרת ה'תתעו
הנהלת בית הכנסת נוסח אר"י אנשי
בדארטשעסטער, ובראשם מר מנשה שי'
אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם מנהג אז א ש"ץ דאוונעט מנחה און מעריב אין א טלית.
א) ווי באוואוסט זיינען די מנהגי ליובאוויטש, וועלכע פירן זיך פון דורי דורות, איז אפילו ראש השנה צו מעריב אדער צו מנחה, ועל אחת כמה וכמה שבת און יום טוב צו מנחה און מעריב, זאל דער דאוונען פון דעם ש"ץ, זיין אן א טלית, ווי עס ווערט ערקלערט די טעמים אין דעם בספרים הק', און אנדערע דריקען זיך אויס אפילו אין שטריינגע ווערטער אין דעם. - עס איז אויך באוואוסט אז עס זיינען פראן בתי כנסיות, וועלכע פירען זיך אנדערש, און אזוי ווי ס'זיינען פראן פערשידענע ענדערונגען אין מנהגים צווישן חסידים און עולמות'שע און צווישען חסידים בכלל און חסידי חב"ד נוסח אר"י און דעם נוסח התפלה אין אנדערע מנהגי תפלה וכו'.
ב) לויט דעם נאמען פון אייער שול "נוסח אר"י אנשי ליובאוויטש" ווייזט דאך דאס, אז מ'האט זיך דא געפירט שטענדיג לויט מנהגי ליובאוויטש ואר"י - קומט דא צו נאך א ענין פון דער הוראת חז"ל אל תשנו מנהג אבותיכם.
ג) זעלבסט פארשטענדליך, אז מחלוקת ח"ו טאר ניט זיין בכלל צווישן אידען, ועאכו"כ ניט אין א מקום קדוש, אפילו ווען עס האנדעלט זיך וועגען אויפהאלטען א מנהג ווי דעם אויבען געזאגטען, חאטש מ'פירט זיך שוין אזוי פון מערערע דורות, אבער איך האף אז ווען מ'וועט ערקלערן די מתפללים דעם יסוד פון דעם ניט דאוונען פון דעם ש"ץ מיט א טלית צו מנחה און מעריב, אז אזוי איז דאס איבערגעגעבען געווארען פון די רביים מדור לדור, גלויב איך אז קיינער וועט ניט וועלען גיין געגען דער מסורה.
ד) דאס אויבען געזאגטע באציהט זיך נאר אויף מנחה און מעריב אבער ניט צו סליחות, וואס צו סליחות איז מען זיך נוהג אומעדום, אז דער ש"ץ זאגט סליחות באם עמוד אנגעטאן אין א טלית.
און השם יתברך זאל העלפען, לויט דער הוראת המשנה, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, זאל אויך אין אייער בית הכנסת זיין דער שלום אין א אלץ שטייגענדער מאס, ווי מיר זאגען אין דאוונען, תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, און זיכער וועט יעדערער טאן וואס עס היינגט אפ אין עם, אין דער ריכטונג והשם יתברך זאל מקבל זיין תפלות פון אלעמען, און ממלא זיין די בקשות וואס מ'בעט בא השם יתברך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
בברכה לבשורות טובות און אין דעם אויך אז אייער בית הכנסת שטייגט סיי בהנוגע צו תפלה, סיי בנוגע צו שיעורי לימוד תורה און מעשה הצדקה.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-48et61bh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit