English
ספרייה

אגרת ה'תתלג

ט' מ"ח, תשי"ח · אינדפענדענט טינווארע קא. שי'

ב"ה, ט' מ"ח, תשי"ח

ברוקלין.

השותפים דבית חרושת

אינדפענדענט טינווארע קא. שי'

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער צעטיל פ"נ להצלחה פון דעם געשעפט.

מיין הצעה איז, אזוי ווי מיר האבען גערעט ווען מיר האבען זיך געזעהן, אז מ'זאל נעמען פאר א שותף דעם בורא ברוך הוא דורך דעם באשלוס מיטן גאנצען הארצען, צו געבען פון די פארדינסטען אויף צדקה צווישען צען און צוואנציג פראצענט, און אזוי ווי יעדער שותף טוט דאך אין געשעפט אלץ וואס עס היינגט אפ אן עם צו דער הצלחה פון געשעפט, וועט זיכער השי"ת אלס שותף געבען זיין ברכה והצלחה אין דאס אויבען געזאגטע.

זעלבסט פארשטענדליך מ'דארף נאר היטען אז די כלי זאל זייל א כלי טהורה לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק', ד.ה. בהנוגע ניט נאר צו שבת ויום טוב, נאר אויך בהנוגע צו ערב שבת וערב יום טוב, און פון ענינים אבק אפילו דהשגת גבול וכו' וכו', און חאטש ס'איז דאך חזקה אז בני אברהם יצחק ויעקב זיינען מקיים וואס השי"ת האט אנגעזאגט, קומט דאס אויבען געזאגט לזריזות והעדפה ולהוספה, און השי"ת זאל העלפען אז די זריזות העדפה והוספה פון אייער זייט זאל מוסיף זיין אויך די ברכות פון השי"ת וואס וועלן קומען בזריזות, ד.ה. בקרוב ממש ובהעדפה והוספה יותר ווי מען קען ערווארטען אויפן געוויינליכען וועג.

המחכה לבשו"ט.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8m4rx28h

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5833