אגרת ה'תשעח
ד' תשרי, תשי"ח · ברוקלין.
עס וואונדערט מיר וואס איר שרייבט נאך אמאל וועגען דער פראגע, וועלכעס איר האט שוין געשריבען און איך האב אייך געענטפערט; אויב עס איז דא חילוקי דיעות צווישן אייך און אייער פרוי תחי' אויף ווי ווייט עס זאל גיין דער ענין פון הכנסת אורחים בא אייך, וואס זי זאגט אז דאס איז שווער.
מ'דארף בריינגען די אלע פראגעס צו א רב מורה הוראה בישראל, און ביידע זאלט איר טאן לויט זיין אנווייזונג...
און אויך ווי עס שטייט געשריבען בא דעם ערשטען מכניס אורח, אז ניט נאר האט ער געטאן דעם ענין נאר האט דערנאך אויך דערציילט וועגען גדולת ה', אזוי אויך זאלט איר מיט אייערע אורחים ניט באנוגענען זיך מיט דעם אליין נאר אויך ערקלערען זיי גדול ה' ווי עס ווערט נתבאר אין פנימיות התורה, וואס בדורנו איז דאס נתגלה געווארען אין תורת החסידות. און זעלבסטפארשטענדליך אז בכדי צו מסביר זיין דעם זולת, דארפמען אליין וויסען אין א גרעסער מאס, טופח ע"מ להטפיח, און וויבאלד אז רבותינו הק' האבען אונז איבערגעגעבען וועגען דעם ענין פון הפצת המעינות, איז זיכער אז עס איז געגעבען געווארען די כחות אויף דעם, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-hfqfeqqh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit