אגרת ו'קלט
כ"ה אדר, תשי"ח · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ב אדר.
ווען דו וועסט שרייבען די אידישע נעמען מיט זייער מוטערס נאמען פון די אלע וועלכע דו דערמאנסט אין דיין בריף, וועט מען זיי מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זיע, יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך, און בפרט דיין גראס מוטער צום געזונט בעסערונג.
אבער מען דארף ניט אויסנעמען קיינע באדינגונגען מיט השם יתברך, אז צוערשט זאל ער באגליקען אין דעם אדער צווייטען ענין און ערשט דערנאך וועט מען ווערען פרום, ווארום זיין פרום מיינט צו אפהיטען תורה ומצות, וואס דערמיט טוט מען א טובה, ניט השי"ת נאר טאקע זיך אליין און דער פאמיליע סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, במילא האט דאך ניט קיין ארט צו זאגען, אז איך וויל ניט די טובה ח"ו סיידען מען זאל מיר טאן נאך א טובה, און האפענטליך וועסט דו קענען דאס ערקלערען צו די וועגען וועלכע די שרייבסט, און בפרט דו אליין וויבאלד דו לערנסט אין ישיבה, דארפסט דו לערנען מיט מער התמדה ושקידה און מקיים זיין מצות בהידור, וואס דורך דעם נעמט אן השם יתברך די בקשה וואס מען בריינגט צו עם און ערפילט זיי אין א גרעסערער מאס.
זיכער ווייסט צו פון דער תקנה, צו זאגען דעם שיעור תהלים חדשי - ווי דער תהילים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - יעדער טאג אין דער פריה נאכן דאוונען, און אלענספאל זאלסט דו טאן אזוי פון איצטער אן און ווייטער.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-vp38g2zs
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit