אגרת ג'תתקיג
אדר"ח כסלו, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון 8/ מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט אויך אז מרת... האט אייך געזאגט, אז אריינווארפן אלע טאג אין א צדקה באקס, ווייס זי ניט אויב זי וועט דאס קענען אויספילן.
איר דארפט איר ערקלערען, אז מען מיינט ניט מיט דעם אז זי זאל געבן מער וויפל איר מעגלעכקייט איז, נאר אז דאס וואס זי גיט איז אנשטאט צו געבן דאס מיט איין מאל, זאל זי געבן דאס צו ביסלעך יעדער טאג. איז כאטש פאר דער צדקה קאסע איז קיין אונטערשייד צי זי גיט מיט איין מאל אדער זי גיט דאס אין מערערע מאל, אבער פאר דעם מענטשן וואס גיט די צדקה - איז יא א גרויסער אונטערשייד, ווייל מען דארף זיך איינגעוואוינען צו געבן צדקה יעדער טאג. אט אזוי ווי א מענטש מאכט אויסגאבן אויף זיינע זאכן וואס ער דארף און וויל אלע טאג, אזוי דארף מען אויך אלע טאג מאכן אויסגאבן אויף די זאכן וואס השם יתברך זאל דורך דעם ועדער טאג ??? די תפילות ובקשות פון דעם מענטישן, אוןצו השם ותברך וויל און הייסט געבן, וואס דאס איז די זאך פון געבן צדקה. און וואס עס איז נאך בעסער - אז השם יתברך דארף מען דאך אנקומען יעדער טאג, און ניט נאר איין מאל אין פילע טעג. און זיכער וועט איר געפינען די פאסנדע ווערטער ווי צו ערקלערן איר דאס, אז צדקה - וויפל דאס זאל ניט זיין, מער אדער וויניקער - דארף מען געבן יעדער טאג - 0זעלבסטפארשטענדלעך, אויסער די טעג וועלכע מען טאר ניט האלטן קיין געלט, זבת און יום טוב) - און דאנק אייך פאר אייער טרחה אין דעם.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-va85fgc0
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit