אגרת ד'פה
ב' שבט, תשט"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'
שוין א ליינגערע צייט אז איך האב ניט געהערט פון אייך, ויהי רצון מהשי"ת עס זאל זיך ארויסווייזען אז די סיבה איז שהכל שלום ובסדר, און וויבאלד אזוי, איז דאך ניטא (?) וואס צו שרייבען (חאטש נשיאנו הק' - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האבען קיינמאל ניט מסכים געווען מיט דער שיטה, און האבען געהאפט און ערווארט צו אנגעזאגט ווערען אויך וועגען גוטע זאכען, און בפרט אז זיכער טוט מען דאך אין עניני יהדות און אויך איר טוט אין דעם אין א חשוב'ר מאס, במילא איז דאך פראן וואס צו מודיע זיין).
מיט א צייט צוריק האב איך געליינט וועגען דער מלחמה וואס איר האט געהאט בנוגע דעם חאראקטער פון אייער שול, און אז דער שופט האט געגעבען אייך גערעכט, אויפן גרונט פון דעם טשארטער פון שול. און אזוי ווי א שול אין פיטסבורג האט אויב דעם זעלבען פראבלעם צוליב דער שטעלונג פון א טייל מעמבערס, און לויט די ידיעות קענען זיי אויך טענה'ן די זעלבע טענה וואס איר האט געמאנט, רעכן איך דעריבער, אז ווען מען זאל זיי צושיקען דעם גאנצען מאטעריאל פון אייער קעיס מיט דעם פסק דין, וואלט דאס זיי שייער צוניץ געקומען, און בפרט לויט דער מנהג המדינה, אז איין שופט רעכינט זיך זייער מיט דער מיינונג און באשלוס פון א צווייטען שופט אין דער זעלבער קעיס. אויב צו ארויסבאקומען דעם מאטעריאל איז פארבונדען מיט אויסגאבען, די טרחה פון דעם קלערק און ענליכעס, איז זעלבסטפארשטענדליך אז מחנה ישראל וועט דאס נעמען אויף זיך און וועט שיקען א טשעק לויטן סכום וואס איר וועט אנווייזען. - דעם מאטעריעל פון דער קעיס, קענט איר שיקען אויף דעם אדרעס פון מיין סעקרעטאריאט צו איברשיקען אין פיטסבורג, אדער אויך דירעקט אין פיטסבורג צו מר קאהען ווי אונטען געשריבען. און אין צווייטען פאל וועל איך דאנקבאר זיין, ווען איר וועט מודיע זיין פון דער ערפילונג פון מיין בקשה.
בברכ ופ"ש לאנ"ש במחנו הט' און אויך צו די וועלכע דיינקען אז זיי זיינען נאך ניט מאנ"ש, וואס באמת זיינען דאך כל ישראל חברים דער חילוק איז נאר, פראן אזעלכע וואס ווייסען דאס און פילען דאס און אזעלכע וועלכע לעבען אין טעות און ווארטען מען זאל זיי מעורר זיין און דערציילען זיי, אז כל ישראל ערבים זה בזה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-js432gv1
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit