English
ספרייה

אגרת ג'תתקמד

ט' כסלו, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ט' כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפר אויף אייער בריף פון /11;10amp&.

לויט אייער בקשה וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון ה'ק פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען. און אזוי ווי דאס האבען קינדער איז איינע פון די וויכטיגסטע מצות וואס השם יתברך האט אנגעזאגט צו עידער איינעם פון אידישע קינדער, דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם נותן התורה אז ער וועט העלפען אויך אז מען זאל קענען מקיים זיין די מצוה ווי ער ברוך הוא וויל. זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף אויך טאן בדרך הטבע לויט די אנווייזונג פון א דאקטאר ספעציאליסט אויף דעם געביט, אבער גלייכצייטיג מיט דעם האבען בטחון אז השם יתברך דער רופא כל בשר ומפליא לעשות וועט אין דעם העלפען, און איר וועט קענען אין דער פאסענדער צייט און אין א גוטער שעה אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

זיכער נעמט איר איינטייל אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין... אויף א פאסענדען אופן, וואס דורך דעם ערפילט מען דעם רצון פון נשיאנו ה'ק - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דורך דעם ווערט געמערט די ברכה פון השם יתברך.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ptme6ejh

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3944