English
ספרייה

אגרת ג'תתמא

אדר"ח מ"ח, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ו תשרי, אין וועלכען דו פרעגסט: וועגן,

א) ניט געוואונשענע מחשבות.

איז באוואוסט די עצה צו דעם, מעט אור דוחה הרבה חושך, און דעריבער דארפמען זיין איינגעטונקען אין מחשבות פון תורה ותפלה און זיין בקי אויף אויסווייניג פרקים משניות, פרקים תניא, ומה טוב לפחות לייכטע פארשטענדליכע מאמרי חסידות, וואס דאס אלץ העלפט צו באפרייען זיך פון מחשבות לא טובות.

ב) וואס טוט מען, אז יעדער זאך ווערט געטאן מיט א פני'.

אין דעם דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווארום מערערע מאל, אז דער יצר הרע וויל אפהאלטען א אידען פון צו טאן א גוטע זאך, פרובירט ער אויף דעם וועג, צו איינריידין עם, אז דאס טוט ער צוליב א פני', במילא איז גלייכער, אז ער זאל אינגאנצן ניט טאן, און דאס איז היפך פסק רבותינו ז"ל לעולם יעסוק בתורה ומצות שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה, און דעריבער, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס זעלבסט פארשטענדליך דארף מען טאן מיט אז סוף כל סוף זאל יעדער זאך געטאן ווערען אן א פני', אבער דערוויילע, אויב דאס איז נאר א גוטע זאך דארף מען זיך ניט אפהאלטען ח"ו פון טאן דאס, און ווי אויבען געזאגט.

און אין דאס אויבען געזאגטע בכלל צו סייעתא דשמיא, העלפט פיל ווען מען פועל'ט אויף חברים און דער סביבה צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט בכלל און צו חסידות בפרט, וואס דאס איז צדקה ברוחניות, ועל זה נאמר וצדקה תרומם גוי, וכמבואר בתורה אור ריש פרשת בראשית.

בברכה לתלמוד תורה מתוך שמחה ויראת שמים,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-zys354hg

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3841