English
ספרייה

אגרת ד'כג

י"א טבת, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"א טבת, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס איז מיר אנגעקומען א בקשת ברכה אייך צו מנוחת הנפש און פרנסה במנוחה.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא ישראל, צו דאס אויבען געזאגטע.

און אזוי ווי אום צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך דארפמען מאכען גוטע כלים אויף אויפנעמען די ברכות, וואלט מען געדארפט גלייך בודק זיין (אפטשעקין) אייערע תפילין, אז זיי זאלען זיין כשר ווי דער דין איז, און יעדער וואכען טאג פארן אנטאן די תפילין אריינווארפען א צוויי דריי סענט אין א צדקה פושקע, און נאכן אויסטאן די תפילין זאגען לכל הפחות איין קאפיטעל תהלים, און אז מען טוט אן תפילין, וועלכע דארפען זיין אויפן קאפ און אויפן האנט קעגען הארצען, האט דאס א גוטע ווירקונג אויפן שכל און געפיל פון דעם באטרעפענדען, און זיי בריינגען רוהיגקייט אין די געפילען און נאך מער קלארקייט אין שכל און געדאנקען, און בדרך ממילא, וועט דער מצב בעסער ווערען און עס וועט גיין פון גוט צו נאך בעסער.

לויטן יסוד און באגרינדונג אויף דעם ווארט פון דעם בעל שם טוב וואס מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז פון יעדער זאך קען מען אפלערנען א מוסר ווי צו אויפפירען זי אין לעבען, און בפטר פון א ענין מיט וועלכען מען טרעפט זיך טאג איין טאג אויס.

אויך פון אייער באשעפטיגונג... איז דאס, מיט זייגערס, איז דא צו ארויסלערנען, וואס זייגערס איז זייער באדינונג און נוצען, דאס וואס דורך דעם קען דער מענש איינשטעלען זיין לעבענס שטייגער אז עס זאל זיין מיט א ארדענונג און פלאן ווי ער האט אויסגעשטעלט פריער, וואס אזוי ארום וועט ער צוקומען צו דעם צוועק און ציעל וואס ער שטרעבט.

דער מעכאניזם פון דער זייגער ווערט געטאן דורך דעם וואס איין רעדיל בארירט און באוועגט דעם צווייטין רעדל און אזוי גייט דאס פון איינעם צום צווייטען ביז עס קומט צו צום רעדיל אויף וועלכען עס זיינען אנגעטען די ווייזערס, וועלכע צייגען די מינוטען און זיי באוועגען א אנדער רעדיל וועלכע ווייזט די שעות לויט וועלכע דער מענש טוט זיינע ענינים ווי ער האט אויסגעשטעלט פריער, וואס אייגענטליך דער ספרינג וועלכער באוועגט דעם ערשטען רעדיל, האט קיין שום ענליכקייט און שייכות אנגעהעריקייט אן און פאר זיך מיט דעם מענשן און זיין ארבעט, וועלכע ער דארף און טוט אין דער באשטימטער שעה לויטן ווייזער פון זייגער, עס איז מער ניט וואס עס דורך דער פארמיטלונג פון זייגער, וואס דורך די שפאלטונג און קריצונגען וואס צו באוועגען די ווייזערס. ווערט באאיינפלוסט דעם מענשענס ארבעט און זיינען אין די רעדליך בארירען זיי איינער דעם אנדערען און קומען אזוי ארום פלענער.

און דאס אויבען געזאגטע נעמט אראפ די פראגע און קשיא: וואס האט פאר א שייכות דאס אנטאן תפילין, וועלכעס זיינען נאר שטיקער פארמעט אויף וועלכע עס איז אנגעשריבען געוויסע אותוית און ווערען אריינגעלייגט אין באשטימט געפארעמטע באקסעלעך, צום געפיל און שכל פון מענשן, ווען מען טוט זיי אן, און דאך ווייס מען און מען זעהט אז עס באווירקט דעם מענשן און זיינע מעשים, והנמשל מובן.

בברכה לבשו"ט בכל האמור לעיל.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-cdgmm7ct

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4023