English
ספרייה

אגרת ד'קעב

י"ט אדר, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"ט אדר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון סוף חדש טבת (וועלכער איז געגאנגען אין וועג מער ווי געוויינליך) אין וועלכען איר שרייבט פרטים פון אייער לעבען אייער יעצטיגען געזונט צושטאנד און אויך דעם געזונט צושטאנד פון אייער פרוי תחי'.

לויט אייער בקשה, וועט מען אייך ביידען מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס בא אידען גייען גשמיות און רוחניות צוזאמענגענומען, דער אונטערשייד איז נאר, וואס געזונט בגשמיות ביט השם יתברך, און געזונט ברוחניות וויל השם יתברך אז מען זאל אליין דאס וועלען און טאן, ווי השם יתברך זאגט ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב וגו' ובחרת בחיים, דאס הייסט אז מען זאל טאן וויפיל מעגליך איז אין עינים פון תורה און מצות און אויך איינווירקען אויף קינדער צו טאן אזוי, און השם יתברך גיט זיין ברכה והצלחה צו ערפילען די פאדערונג, ואין לך דבר העומד בפני הרצון, און זעלבסט פארשטענדליך אז השם יתברך באצאלט פילפאכיג צו די אלע וועלכע טוען אין דעם.

בנוגע ספעציעל צום געזונט צושטאנד, ווי עס זעהט אויס איז דאס מער א ניערווין זאך, און דעריבער דארפמען אינגאנצען מסיח דעת זיין פון דער גאנצער זאך, און שטארקען זיך אין בטחון בהרופא כל בשר ומפליא לעשות בורא עולם ומנהיגו, וואס דענסטמאל וועלען די אטאקעס, וועגען וועלכע איר שרייבט - זיין זעלטענער.

געוויס ווייסט איר פון די דריי שיעורים מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, השוים לכל נפש, א) זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען א שיעור תהלים - ווי דער תהלים ווערט פארטיילט אויף די טעג פון חדש - ב) לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך - זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון מפרשת שני ביז שלישי א. א. וו. - ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא - ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די עטג פון יאר, און אלענספאל זאלט איר אפהיטען די שיעורים פון איצטער אן און ווייטער. והשי"ת יצליחו.

בברכת חג פסח כשר ושמח,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qrx3ears

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4172