English
ספרייה

אגרת ג'תתקמט

י"ב כסלו, תשט"ז · ד' עליהן תחיינה

ב"ה, י"ב כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף צרפת

ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ה' כסלו, נאך א לאנגען איבעררייס, וואס אויך אין דעם בריף, איז ניטא אויף דעם קיין ערקלערנוג, ויהי רצון אז פון היינט און וויטער זאל מען שרייבען אפטער און דער עיקר אז דאס זאל זיין מיט גוטע בשורות.

איך בין געווען צופרידען צו ליינען וועגען ארבעט אין פארלויף פון פאריגען זומער, און דער עיקר וואס מען האט זיך ניט באגרעניצט אין דעם אייגענעם איינגען קרייז, נאר האבען געזעהען צו אויפטאן און פארשפרייטען די ארבעט אין א ברייטערען און א ווייטערען קרייז, און האבען צוגעצויגען נאך פרויען, און געוויס וועט איר אויך וויטער פארזעצען אייער ארבעט אין דער ריכטונג צוציהען מער פרויען אין אייער איינפלוס קרייז און בפרט אינגערע פרויען וואס האבען ערשט אנגעהויבען צו בויען זייער צוקונפטיגע הויז אדער זיי דארפן ערשט אנהויבען צו בויען אידישע הייזער, אז זיי זאלען זיך אוועקשטעלען ריכטיג ווי אידישע טעכטער דארפען בויען הייזער איצטער און מיט דער צייט אויך דורות בא אידען.

באזונדערס בין איך געווען צופרידען פון דעם וואס איר רעכינט צו שטעלען זיך אין פארבינדונג מיט די עלטערן פון די קינדער וועלכע לערנען אין די תלמוד תורה'ס אדער פריוואט, וואס דאס איז דאפעץ(???) וויכטיגפאר די תלמידים פון די תלמוד תורה'ס און פריוואט מלמדים, און אויך מאכען נעהענטער די עלטערען צו די ענינים וואס עס ווערט געלערנט מיט זייערע קינדער, און דורך דעם פארשטארקען אויך דעם חינוך פון די קינדער. און איך האב געבעטען דער לשכה אין פאריז צו געבען א סובסידיע ספעציעל פאר דער ארבעט, 15 טויזענט פראנק.

עס וואלט געווען גלייך צו שרייבען אפטער וועגען אייער ארבעט אין די צייטונג, וואס דאס העלפט צוציהען נאך חבירות און פארשטארקט אויך די וועלכע זיינען שוין באטייליטג אין דער ארבעט.

בברכה לבשורות טובות בכל הנ"ל.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-t67tjj29

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3949