אגרת ו'תריא
כ"א כסלו, תשי"ט · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ח"י כסלו, אין וועלכען איר שרייבט וועגען געזונט צושטאנד פון די קינדער שי', און פארענדיקט מיט א פראגע ווי צו האנדלען בהנוגע צו א ניט מהודר'דיקן מאכל, און רעכענט אז דער מאכל קען צוגעבען אפעטיט פאר די קינדער.
בכלל איז הידור אין מאכלים (ווי עס ווערט ערקלערט אין מערערע ערטער) נוגע ניט נאר אין דער מצוה אפהיטונג, נאר וויבאלד אז פון יעדער מאכל ווערט דערנאך בלוט און פלייש פון גוף, וועלכער פארבינדט זיך מיט דער נשמה, איז די כשרות און איידעלקייט פון די מאכלים, ווירקט אויף דעם חאראקטער און מדות טובות, פון דעם וועלכער באנוצט זיך מיט דעם מאכל, און דעריבער איז יעדער צוגאב אין דעם הידור, איידעלקייט און ריינקייט פון דעם מאכל, דארף אויך באטראכט ווערען, ווי א צוגעבונג אין דער אויסשטאלטונג און פיינקיייט און איידעלקייט פון חאראקטער און מדות. און אויב דאס איז אזוי בא ערוואקסענע מענשן איז דאס אין א נאך פיל גרעסערע מאס בא קינדער, וואס זייער חאראקטער האלט זיך אין פארמירונג. און דעריבער איז גאר וויכטיג, אין וואס פאר א ריכטונג מען פירט זיי אין דעם.
לויט דאס אויבען געזאגטע, איז פארשטענדליך מיין מיינונג, אז וויבאלד עס האנדעלט זיך ניט, ח"ו אין א ענין וואו דער גאנצער געזונט איז אפהיינגיג אין דעם, און עס איז מער ניט - ווי צוגעבען אין טעם און שטארקונג, דארפמען ניט פארקלענערען דעם הידור פון די מאכלים. און זיכער קען מען געפינען אנדערע עצות און וועגען ווי צו שטארקען דעם אפעטיט, און צו מאכען די קינדער געזינטער, ניט אויפן חשבון פון כשרות והידור...
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יח
- מזהה
- rh-g5h1kd7g
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit