English
ספרייה

אגרת ו'תתקכג

י' תמוז, ה'תשי"ט · ברוקלין, נ.י.

ב"ה, י' תמוז, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן אייער זונ'ס... שי' בר מצוה דעם שבת, בשעה טובה ומוצלחת.

זיכער ווייס אייער זון, אז די בר מצוה פייערונג באצייכנט דעם אנהויב פון א נייער תקופה, ווען ער ווערט א פולשטענדיקער איד אין אלע הינזיכטן, מיט דער פולסטער אחריות ווי אויך זכות וואס דאס ברענגט מיט זיך.

השם יתברך זאל אייך און אייער פרוי באגליקן מיט אמת'ן נחת, וואס דאס מיינט אידיש נחת, פון דעם בר מצוה בחור, ער זאל זיין א חסיד, א למדן און א ירא-שמים, אפגעהיט אין שמירת הצות בהידור מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, וואס דאס ברענגט דעם גרעסטן גליק ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות.

זיכער וועט... שי' אויך שטענדיק געדענקען, אז זיין בר מצוה שבת איז אויסגעפאלן י"ב תמוז, דער ליכטיקער טאג פון גאולה ווען כ"ק מו"חאדמו"ר איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין סאוויעטן רוסלאנד, וואו ער האט זיך מוסר-נפש געווען בפועל ממש פאר אידן און אידישקייט, און דערמיט אריינגעגעבן אין אלע אידן נייע כוחות און הצלחה, בפרט די וועלכע שטייען נאענט צו זיין הייליקער ארבעט און הייליקע מוסדות.

איך ווינטש אייך מזל-טוב און הצלחה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-nk9aw740

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6923