אגרת ו'תרצט
כ"ו שבט, תשי"ט · ה' עליהן תחיינה.
ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל-איסט ניו
איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף-באריכט פון דעם יערלעכען באנקעט, וועלכען איר האט געהאט אויף צו מארגען פון דעם יום הסגולה יום ההילולא-יארצייט טאג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא ישראל, און אויך מיט דער צושריפט ווי עס איז פארנאנדערגעטיילט געווארען די געלט וועלכע ס'איז געזאמעלט געווארען.
און השי"ת זאל העלפען אז נאך פילע יארען זאל יעדערע פון אייך מיט דער הנהלה אין דער שפיץ, טאן פאר די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און אין אן אופן וועלכע זאל האלטען אין איין שטייגען און טאן דאס געזונטערהייט און מיט גוטער שטימונג.
און עס איז דאך באוואוסט אז הקב"ה באצאלט יעדערן וועלכע טוט אין ענינים פון תורה און מצות אין וואס ער נויטיגט זיך סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
בברכת הצלחה אין אייער ארבעט און צו גוטע בשורות.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יח
- מזהה
- rh-w6n11g29
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit