אגרת ו'תשצט
ו' ניסן, תשי"ט · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון 4/31.
בעת רצון וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך, לויט אייער שרייבען.
עס וואונדערט מיר, וואס ווי עס זעהט אויס פון אייער בריף, דיינקט איר, אז ערציהען גוטע אידישע קינדער, קען מען זיך באנוגענען מיט געבען לערנען אין א תלמוד תורה און פראווען א בר מצוה. זעלבסט-פארשטענדליך, איז דאס זייער ווייט פון גענוג, און אידישע ערציהונג דארף זיין אויך נאך בר מצוה, ניט ווייניקער וויכטיג ווי פאר בר מצוה, און נאך מער, און דעריבער מוז מען לערנען אין א ישיבה, און א מיידעל דארף לערנען אין א בית רבקה סקול אדער בית יעקב, און דורך דעם באזייטיגט מען פילע שוועריקייטען און טראבעל אין די שפעטערדיקע יארען, סיי פאר די קינדער און סיי פאר זיך. און ווי שטארק שטריינג מען זאל דאס ניט אויסדריקען אין ווערטער, איז דאס ניט גענוגענד אין פערגלייך צו דער ערנסטער העכסט וויכטיקע נויטיקייט, פון דאס פארטזעצען אידישע ערציהונג ווי אויבען געזאגט.
און וויבאלד איר דערמאנט ניט, וועגען אייער באי און מיידעלע, וואס פאר ערציהונג זיי באקומען, געפין איך פאר מיין פליכט צו באטאנען דאס אויבען געזאגטע, און נאך מער שטארקער און ערנסטער דאס אויבען געזאגטע. און ווען מען וויל אויף א אמת, ווירקט מען איין אויף זיך, אויף די קינדער און אויף דעם מאן שי'.
און השם יתברך זאל העלפען, אז דער זכות וואס איר וועט טאן אין דעם ווי אויבען געזאגט, צו איינווירקען אויף די קינדער שי' צו אנהאלטען און פארזעצען אידישע ערציהונג, וועט ביישטיין אייך און אייער מאן שי' צו האבען צוזאמען אידישען נחת פון זיי אלעמען.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יח
- מזהה
- rh-0dettaz3
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit