English
ספרייה

אגרת ו'תשסד

י"ג אד"ש, תשי"ט · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

ב"ה, י"ג אד"ש, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס, איז ערשט אנגעקומען אייער בריף פון מוצש"ק, אין וועלכען איר שרייבט די סיבה פון דעם ניט שרייבען, אבער עס איז באוואוסט דער ווארט פון תורתנו תורת חיים, אז אפילו א אנוס, כמאן דעביד לא אמרינן, ד.ה. אז נאך אלע תירוצים - צו שרייבען קומט דאס ניט.

אלענספאל, שמחתי דאס איר שרייבט דעם מאל מיט א פרייליכער שטימונג, וואס ס'איז אויפגעטאן געווארען דורך אייער ארבעט, און זיכער זיינען אויך פראן פאלען, וועגען וועלכער איר ווייסט נאך ניט, אין וועלכע עס זעהט זיך אן דער אויסגאנג פון אייער הארעוואניע.

וואס איר שרייבט, וועגען א מאמר פון מיר, אין דעם ספר וואס איר גרייט צום דרוק.

בכלל, איז ניט דער שרייבען מאמרים, מיין ענין. ובפרט צוליב פערשידענע טרדות, וועלכע ליידער די מערסטע זיינען ניט פון דערפרייענדע. און ליידער - זיי ווערן ניט ווייניגער, חאטש דאס איז מיין ארבעט, נעמט דאס אבער מער צייט ווי פארגעשטעלט זיך, און דעריבער קען איך זיכער ניט פארבינדען זיך מיט צייט און ספעציעל - לויט אייער שרייבען אז איר האט א גענוגענדע מאטריאל - התחלה פון פרקי דרבי אליעזר וכו', און דעריבער דארפמען ניט אויפהאלטען דאס דרוקען. וועט זיין ;63637#&אן ;63636#&א מאמר פון מיר.

איך האף אז צו דער צייט פון ערהאלטען מיין בריף, פילט אייער פרוי תחי' בעסער, און אויך אז איר טראכט ניט איבער וועגען געזונט, און טוט מער אין החזקת היהדות, וואס דורך דעם איז השי"ת מבטיח א אידען המצטרך לו ולב"ב שי', ובענינים העיקרים אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער נחת, פון קינדער וב"ב שי'.

בברכה לבשו"ט משמחות בכל הנ"ל.

מו"ה ברוך: ליטווין, מט' קלעמענס. אגרות נוספות אליו - לעיל חט"ו ה'תקכא, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'תתצ.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-178zqjz4

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6764