אגרת ג'תתקצח
אדר"ח טבת, תשט"ז · ד' עליהן תחיינה
אגודת נשי ובנות חב"ד בקלעוולאנד
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף וועגען דעם -טן מיטינג, און וועגען די נייע אפיסערס וועלכע זיינען ערוויילט געווארען.
און אזוי ווי יעדער זאך איז דאך בהשגחה פרטית, וועלען די אפיסערס אננעמענדיק דעם אמט, אריינטראכטען אין דעם גרויסען זכות וועלכער איז זיי געגעבען געווארען, מיט נאך מער אחריות טאן אין דער פארשטארקונג פון אידישקייט בכלל און דרכי החסידות והנהגותי' בפרט, און דאס וועט בא זיי אויפמאנען כחות צו טאן אין א גרעסערען פארנעם געזונטערהייט און פרייליכערהייט, און וועלען איינווירקען אין דעם זין אויף די אנדערע חבירות אויך, און השם יתברך זאל מצליח זיין יעדערע פון זיי און אלעמען צוזאמען אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
געוויס האט מען אויסגעניצט די חנוכה טעג אויף א פאסענדען אופן בנוגע דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, און עס זאל אויך מקויים וערען, אויך ווי דער דין איז, אז מוסיף והולך.
בברכה צו א פרייליכען חנוכה און צו מיטנעמען די שמחה או ליכטיקייט אויף די אלע קומענדע טעג פון יאר.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-7x2689ns
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit