אגרת ד'קפא
כ"ה אדר, תשט"ז · ד' עליהן תחיינה
אגודת נשי ובנות חב"ד סניף מאנטרעאל
נאך א לאנגען איבעררייס בין איך צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ב אדר, און איך האף אז פון איצטער אן און ווייטער וועט זיין פון אייך אפטערע בריף, און השם יתברך זאל העלפען אז זייער אינהאלט זאל זיין א פרייליכער, און פון איין בריף צום צווייטען אויך ידיעות אז די טעטיגקייטען ווערען פארגרעסערט און אויסגעברייטערט, או עס איז דאך דא די ברכה פון נשיאנו הק' אז ווען מען טוט נאר הארציג אין די ענינים, גיט מען הצלחה אין דעם פון למעלה, און בפרט אז עמן נעמט אן באשלוסען אין דעם אין די מזל'דיקע חדשים פון אדר וניסן, איז מען ממשיך דעם מזל טוב אויף א גאנץ יאר, ויהי רצון אז מען זאל גלייך אנהויבען טאן צו באלעבען דאס אלץ שוין אנגעהויבען ארבעט און צו גיין מחיל אל חיל.
בברכה צו א כשר'ן און פרייליכען חג הפסח צו יעדערע פון אייך מיט דער גאנצער פאמיליע.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-8ncc5h1g
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit