אגרת ד'פא
ב' שבט, תשט"ז · מרת מערי תחי'
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם חאראקטער פון א סקאלערשיפ אין די ישיבות.
דער סקאלערשיפ קען זיין אויף פערשידענע וועגען, און ספעציעל אין די ישיבות אין ארץ ישראל, וועלכע זיינען אנדערש ווי די פון אמעריקא, וואס דארטען לערנען אויך שוין פארהייראטע וועלכע זעצען פאר זייער לערנען אין די ישיבות. די סומע פאר דעם סקאלערשיפ קען אריינגעגעבען ווערען אין דער קאסע פון ישיבה, און עס ווערט אויך איינגעשריבען אויף א טאבעלע דער נאמען פון דעם וואס גיט דעם געשאנק אדער א אנדער נאמען וועלכען מען פארלאנגט, און איך רעכין אז מען קען אויך איינארדען אזוי, צו געבען דורך דעם א מעגליכקייט איינעם פון די פעהיגערע תלמידים, לויטן אויסוואהל פון דער ישיבה - צו לערנען רוהיג און שטייגען, און אויב דאס איז אויף מערערע יארען - דער סקאלערשיפ - איז זעלבסט פארשטענדליך, אז עס מוז ניט זיין דער זעלבער תלמיד, און עס קען פאריביטען ווערען פאר א אנדערען, אויב מען געפינט פארנויטיג צוליב א געוויסע אורזאכע.
איר דערמאנט ניט וועגען דעם געדאנק צו דרוקען דעם ספר, הרקמה, און אויב איר האט זיך געשטעלט אין פארבינדונג מיט די פאסענדע אינסטיטוציעס אין ארץ ישראל אדער א אנדער ארט.
מיט א וואונש צו גוטע בשורות וועגען אייער געזונט צושטאנד און אויך וועגען אלעס איבעריגע, און איך האף דאס אויב איך קען זיין אייך בייהילפיג אין איינע פון דאס אויבען געזאגטע, וועט איר געבען מיר מעגליכקייט צו טאן דאס.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-aj5beq7d
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit