אגרת ג'תתקכא
ב' כסלו, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער שטימונג, האפענונג און פארלאנג פון השם יתברך ויתעלה צו האבען קינדער געזונטע.
וויבאלד דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע מצות פון תורתנו הקדושה תורת חיים, דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם בורא עולם אז ער וועט געבען די מעגליכקייט אז איר מיט אייער מאן שיחיו זאלט מקיים זיין די מצוה. אבער זעלבסט פארשטענדליך אז מען קען ניט אנוויזען דעם אויבערשטן ברוך הוא אויפן קאלענדאר אז עס מוז זיין צו דער צייט, ווי בא זיך קומט אויס, ווארום השם יתברך איז דער קוואל פון גוטס, איז דאך זיכער אז ער ברוך הוא ווייס וועלכער זמן איז גוט און דענסטמאל וועט ער ערפילען אייער הארץ פארלאנג צום גוטען. מער קען נאר, זייענדיג שטארק אין דעם בטחון אין דער ערפילונג פון דער בקשה, תפלה טאן, אז דאס זאל קומען ווואס פריער, און דאס וואס [איר] שרייבט וועגן פארלירען חס ושלום האפענונג, איז א אידישע טאכטער טאר דאס ניט זאגען, ווארום השם יתברך איז א כל יכול - קען אלץ - און וויל אז עידער אידען זאל זיין גוט ניט נאר ברוחניות נאר אויך טאקע בגשמיות.
בברכה אז אייער תפלה אין דאס אויבען דערמאנטע זאל מקויים ווערען בקרוב און מען זאל האבען פון אייך גוטע בשורות.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-cmz6j4d2
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit