אגרות קודש
אגרת ו'תתטו
איך בין געווען צופרידען צו ערהאלטען אייער בריף מיט דער ביישטייערונג פאר מעות חטים, צו העלפען די ארימע מיט זייערע פסח באדערפענישן. און זיכער וועט דער זכות פון דער מצוה אייך אלעמען ביישטיין צו שטייגען אלץ העכער אין אייערע לימודים און אין גוטער אויפפירונג.
געוויס באלאנגט יעדערע פון אייך צו דער קאטעגאריע פון "בן חכם". אזוי ווי עס זיינען דאך דא דריי קלענערע קאטעגאריעס, האף איך אז איר וועט דינען אלעס א לעבעדיגער ביישפיל פאר אידישע קינדער בכלל, און בפרט פאר די מיט וועלכע איר טרעפט זיך, אז זיי זאלען אויך אפהיטן "די עדות און די חוקים און די משפטים וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט".
בברכה צו געזונט און הצלחה אין דאס אלעס אויבענדערמאנטע און צו א כשר'ן און פריילעכען פסח,
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יח
- מזהה
- rh-dra7mw6r
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit