English
ספרייה

אגרת ו'תרי

כ"א כסלו, תשי"ט · מו"ה אברהם דובער שי'

ב"ה, כ"א כסלו, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מו"ה אברהם דובער שי'

שלום וברכה!

איך וויל אייך באדאנקען פאר דעם איבערגעבען מיר דעם ספר תולדות רמ"א קרעמער, באשרייבונג וועגען אייער פאטער ע"ה, אין אידיש און ענגליש.

און זיכער געפינט זיך דער ספר בא אלע משפחה מיטגלידער און דער עיקר בא די אינגערע, ווי ערקלערט אין מערערע ערטער און ס'איז אויך פארשטאנדיג אין שכל, אז די באשרייבונג פון די היימען פון פריערדיקע דורות, און בכלל זכרונות פון אמ;63637#&אל, איז ניט דער מיין (כוונה) נאר דערציילען א שיינע מעשה (סט;63637#&ארי) וועגען א שיינעם מענשן, נאר די כוונה איז, אז דאס זאל ערוועקען און ארויסרופען בא דעם לייענער, און בפרט ווען דאס לייענט איינער פון דער משפחה, א שטארקען ווילען, צו גיין אין דער אויסגעטראטענער וועג פון דעם בעל הזכרונות, און אין אלגעמיין פירען זיך אין דעם וועג, און אזוי ארום גורם זיין א נחת רוח, פאר זיין נשמה, און דאס ווערט ערווארט פון יעדערען, איז דאך דאס אין א פיל גרעסערער מ;63637#&אס, צו ערווארטען פון די משפחה מיטגלידער.

און זעהענדיק, ווי אייערע קינדער (איר און אייערע ברידער שיחיו) נעמען איינטייל אין די אלע ענינים, וועלכע זיינען געווען אזוי טייער בא דעם בעל הזכרונות, אייער פאטער ע"ה, איז דאך דאס א אייזערנער בריק, אויף וועלכען עס קענען קומען אויך אייערע קינדער, און אייערע ברידערס קינדער, און לויטן אויסשפראך המעשה הוא העיקר, אז די אייניקלעך פון דעם בעל הזכרונות, זאלען גיין אין זיין וועג, צו שטיצען די אלע ענינים ומוסדות, וועלכע זיינען עם געווען אזוי טייער, און בכללות, זיין א לעבעדיקער מוסטער, אין וועמען עס זאל זיך אפשפיגלען דיוקנו (געשטאלט) פון דעם בעל הזכרונות, און עס איז דאך באוואוסט דאס וואס חז"ל זאגען, אז מען וויל אויף א אמת, פירט מען אויס.

בברכה צו א פרייליכען חנוכה, אייך און אייערע ברידער מיט די פאמיליעס אייערע שיחיו.

בריף ערשט ערהאלטן.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-epavz65n

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6610