אגרת ד'רי
ט' ניסן, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום א' אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם שלום בית צושטאנד.
אין אזעלכע פאלען דארפמען זעהען אז אמת'ע פריינד זאלען זיך אריינמישען אין דעם, צובריינגען צוריק דעם שלום בית, זעלבסט פארשטענדליך אז איר פון אייער זייט, דארפט נעמען אויף זיך, ניט נאר צוזאגען נאר טאקע אויך מקיים זיין בפועל, נאכגעבען די אלע זאכען אין אירע גערעכטע פאדערונגען. און אויב עס וועלען זיין זאכען וועלכע זיינען ניט גענוג קלאר באגרינדעט זאל מען זי פארלאזען אויך דער מיינונג פון נייטראלע מענטשן, און אין מערערע פאלען, ווען די פרוי דערקענט אין דעם מאן, אז ער מיינט באמת ערנסט שלום און איז גרייט נאכצוגעבען, איז דאס אליין פועל'ט א קירוב הדעת, און ווי עס איז באוואוסט פון מערערע מאמרי חז"ל אז צוליב דעם - כדאי צו מוותר זיין אויף פילע ענינים און אפילו לפנים משורת הדין. און השי"ת זאל העלפען איר זאלט קענען בקרוב אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע.
און בכדי צו באקומען די סייעתא דשמיא אז דאס זאל ארויסקומען וואס פריער, וואלט געווען א גלייכע זאך אז יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה זאלט איר זאגען דעם שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען געבען א פאר סענט אויף צדקה און אנהאלטען טאן אזוי - בלי נדר - ביז דעם קומענדען ראש השנה הבע"ל.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-jzn0rrvj
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit